Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 15:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 15:24
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים.


און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.


זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן.


און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין;


אבער זיין עלטערער זון איז געווען אין פעלד; און ווען ער איז געקומען און זיך דערנענטערט צום הויז, האט ער געהערט קלעזמער מוזיק און טאנץ.


מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!


וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי?


ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.


האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!


האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,


ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל.


ווארום אויב זייער פארווארפן ווערן איז די (סיבה פון) איבערבעטונג פאר דער וועלט, וואס וועט שוין זיין זייער אויפגענומען ווערן, אויב נישט לעבן פון די טויטע?


פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.


אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.


ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.


און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.


און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,


אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—


ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער: וואך אויף, דו שלאפנדיקער, און שטיי אויף פון די טויטע, און דער משיח וועט דיך באלויכטן! (ישעיהו ס, א.)


און אייך, וואס זענען געווען טויט אין זינד און אין דעם ערלהצושטאנד פון אייער פלייש, אייך האט ער לעבעדיק געמאכט מיט אים, מוחל זייענדיק אונדז אלע עבירות;


און די, וועלכע לעבט אין תענוגים, איז לעבעדיק טויט.


די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע;


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב: דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ