16 און ער האט געגארט אנצופילן זיין בויך מיט די שויטן, וואס די חזירים האבן געפרעסן; און קיינער האט עס אים נישט געגעבן.
גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
און ער איז געגאנגען און האט זיך באהאפטן צו איינעם פון די בירגער פון יענעם לאנד; און ער האט אים געשיקט אין זיינע פעלדער אריין צו פאשען חזירים.
ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער!