10 אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.
ווער זשע עס וועט מיך מתוודה זיין פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך מתוודה זיין פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.
איך זאג אייך אבער: יעדער איינער, וואס וועט זיך באקענען צו מיר פאר מענטשן, וועט אויך דער בר אנש זיך באקענען צו אים פאר די מלאכים פון ה׳;
דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳.
ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
און ער האט געזאגט: א געוויסער מענטש האט געהאט צוויי זין.
איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.
און ווען זי האט געפונען, רופט זי צונויף אירע פריינט און שכנות, און זאגט: פריידט זיך מיט מיר; ווייל איך האב געפונען די דראכמע, וואס איך האב פארלוירן!
צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.
און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:
ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט.
ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק;
צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?