1 און עס האבן זיך דערנענטערט צו אים אלע שטייער אויפמאנער און חוטאים, כדי אים צו הערן.
מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע.
און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן.
די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן,
באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;