32 אויב אבער נישט, שיקט ער שליחים צו אים בשעת יענער איז נאך ווייט, און בעט שלום.
ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין.
גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
אדער וועלכער קעניג, וואס גייט ארויס מלחמה האלטן מיט אן אנדערן קעניג, זעצט זיך נישט קודם כל אנידער צו באראטן, צי עס איז מעגלעך, מיט צען טויזנט צו באגעגענען דעם, וואס קומט קעגן אים מיט צוואנציק טויזנט?
דעריבער אויך אזוי יעדער איינער פון אייך, וואס וועט זיך נישט שפאטן פון אלעם, וואס ער האט, קען נישט זיין מיין תלמיד.
זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז!
און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד.