3 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו די חכמי התורה און פרושים, אזוי צו זאגן: צי מעג מען שבת היילן אדער נישט?
און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן.
און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!
און איינער פון זיי, א תלמיד חכם, האט אים אויסגעפרואווט און געפרעגט:
און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן.
און זע, א מענטש, א וואסער געשווילעכץ, איז געווען פאר אים.
זיי אבער האבן געשוויגן. און ער האט אים גענומען און געהיילט און האט אים אוועקגעשיקט.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען?
אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת?