27 ווער עס טראגט נישט זיין בוים און גייט מיר נאך, דער קען נישט זיין מיין תלמיד.
און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.
ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד.
און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!
און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
ווארום ווער פון אייך, וועלנדיק בויען א טורם, וועט זיך נישט קודם כל אנידערזעצן און בארעכענען די קאסטן, צי ער האט צו פארענדיקן?
און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא;
שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.
יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן.