22 און דער קנעכט האט געזאגט: האר, עס איז געשען, ווי דו האסט באפוילן, און עס איז נאך דא ארט!
און ווען דער קנעכט איז צוריקגעקומען, האט ער דאס דערציילט דעם האר זיינעם. דעמאלט איז דער בעל הבית צארנדיק געווארן, און האט געזאגט צו זיין קנעכט: גיי גיך ארויס אויף די גאסן און געסלעך פון דער שטאט, און ברענג אהער די ארעמעלייט און קאליקעס און בלינדע און לאמע!
און דער האר האט געזאגט צו דעם קנעכט: גיי ארויס אויף די וועגן און פלויטן און צווינג זיי אריינצוקומען, כדי מיין הויז זאל ווערן פול!
אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך.
מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;
ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג‑טהייט קערפערלעך,
און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.