11 ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן.
מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם, צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע, און נידריקע האט ער דערהייבט;
ער האט אבער אויך געזאגט צו דעם, וואס האט אים פארבעטן: ווען דו מאכסט א מיטאג אדער אן אוונט מאלצייט, לאד נישט איין דיינע פריינד, נישט דיינע ברידער, נישט דיינע קרובים, נישט קיין רייכעס שכנים, טאמער וועלן זיי אויך דיך ווידער איינלאדן און עס וועט ווערן פאר דיר א פארגעלטונג.
איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות;
דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.
גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)
פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)
דערנידעריקט זיך דעריבער אונטער ה׳ס מעכטיקער האנט, כדי ער זאל אייך דערהייבן אין דער געהעריקער צייט!