8 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: האר, לאז אים נאך דאס דאזיקע יאר, ביז איך וועל אים ארומגראבן און באמיסטיקן,
און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד?
אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!
עס טויג מער נישט פאר דער ערד, נישט פאר דעם מיסט הויפן; מען ווארפט עס ארויס. ווער עס האט אויערן צו הערן, דער זאל הערן!
ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה.
אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.
דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.