Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 13:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 13:31
9 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם,


מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.


נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.


און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.


און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע,


און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ