3 ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן.
דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט.
טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן?
אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים?
ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,