28 דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן!
און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און דו כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהויכט? ביז צום שאול תחתית וועסטו אראפנידערן!
און הערנדיק דאס, האט איינער פון די מיטזיצנדיקע געזאגט צו אים: וואויל איז דעם, וואס עסט ברויט אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס.
כדי איר זאלט גערעכנט ווערן ראוי צום קעניגרייך פון ה׳, פאר וועלכן איר ליידט אויך;
ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.
די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.