27 און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט!
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט!
דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!
ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט!
ווער אבער עס האט ליב ה׳, דער איז פון אים דערקענט.
איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט?
דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען.