26 דעמאלט וועט איר אנהויבן צו זאגן: מיר האבן געגעסן פאר דיר און געטרונקען, און אויף אונדזערע גאסן האסטו געלערנט!
און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט!
ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.
וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ.
זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.