24 שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען.
אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך.
און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט:
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.)
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען.
און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳,
פאר דעם צוועק באמיען איך מיך אויך און זיך געראנגלט לויט זיין כוח, וואס ווירקט אין מיר מיט גבורה.
לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט.
דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען;