23 און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט:
און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.
און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים.
שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען.