2 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן?
און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות.
ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן.
אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים?
און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד?
און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן.