Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 13:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 13:19
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך.


און ער האט געזאגט: וויאזוי זאלן מיר פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳, אדער אין וואס פאר א משל זאלן מיר עס לייגן?


און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט.


און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.


און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;


א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ