Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 13:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 13:13
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.


מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.


און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!


און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט.


נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.


און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט!


און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.


און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט.


און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ