11 און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן;
און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט!
און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת?
ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.
און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,
און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים.
און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין.
ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.