30 ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן.
מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.
אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.
און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?
גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם.
דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים.
און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
נאר זוכט זיין קעניגרייך און דאס וועט אייך צוגעגעבן ווערן.
האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.
דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,
נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;