26 דעריבער, אויב איר זענט נישט אפילו בכוח צו טאן דאס קלענסטע, וואס זארגט איר זיך פאר די איבריקע זאכן?
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?
און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
באטראכט די ליליעס! ווי נישט זיי שפינען, נישט זיי וועבן; און איך זאג אייך, אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אנגעקליידט ווי איינע פון די דאזיקע.
און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
ווארפט אלע אייערע דאגות אויף אים, ווייל ער זארגט פאר אייערטוועגן.