22 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;
ווארום דאס לעבן איז מער ווי די שפייז און דער קערפער—ווי דאס מלבוש.
און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר;
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)