18 און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע;
קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?
און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?
און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין!
אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.
באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל?
און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,
און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
די דאזיקע חכמה קומט נישט אראפ פון אויבן, נאר איז ערדיש, גשמיותדיק, טייוולאניש.
איצט קומט איר, וועלכע זאגן: היינט אדער מארגן וועלן מיר פארן אין דער און דער שטאט אריין און דארטן פארבלייבן א יאר און האנדלען און פארדינען;
אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.