17 און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?
און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט.
גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך!
און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט;
און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע;
און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.
און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.
און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.
ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט!
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן!
און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן?
און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?
זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים.
די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;
דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.