16 און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט;
אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק.
כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.
ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.
און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?
און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה.