43 וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער.
צו וועמען אבער זאל איך פארגלייכן דאס דאזיקע דור? עס איז גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויף די מארקן און רופן צו זייערע חברים,
היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות;
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;
איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן.