37 און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש.
אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.
און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן.
און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים.
און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש.