28 ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!
אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.
וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.
וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.