21 ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן;
אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
קיינער קען נישט אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור און ביי אים צורויבן די זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור; און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך!
ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב.