20 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך!
אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך.
טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט.
און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!
ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן;
און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳.
כדי איר זאלט גערעכנט ווערן ראוי צום קעניגרייך פון ה׳, פאר וועלכן איר ליידט אויך;