10 ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש?
און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)