6 און אויב דארטן איז דא א בן שלום, וועט אייער פרידן רוען אויף אים; אויב אבער נישט, וועט ער זיך אומקערן צו אייך.
וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א הויז, זאלט איר צום ערשט זאגן: שלום צו דעם דאזיקן הויז!
און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.
זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט.
און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.
און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.
ווי געהארכזאמע קינדער זאלט איר נישט געשטאלטן אייער לעבן לויט די תאוות, אין וועלכע איר זענט געווען אמאל אין אייער אומוויסן;