Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 10:42 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

42 אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 10:42
36 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?


און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט.


און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים!


ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?


פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.


און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער!


אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.


ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!


דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.


און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.


און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.


און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל.


און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.


ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.


באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.


ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.


און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט.


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ