און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות;
איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.