3 גייט! זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף.
זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.
און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.
טראגט נישט קיין בייטל, נישט קיין טאש, נישט קיין שיך; און גיט קיינעם נישט אפ שלום אויפן וועג.
דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי;
געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן.
מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.
איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע;
ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.
און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.