28 האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן.
און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות!
און יהושע/ישוע האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות.
שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט!
ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.
מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט;
די (מחמיר חומרא) געזעץ אבער איז נישט פון אמונה; נאר: ווער עס טוט זיי, דער וועט דורך זיי לעבן. (ויקרא יח, ה.)