25 און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן?
און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע?
ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו?
און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.
און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד.
ווארום אויב די ירושה איז דורך דער געזעץ, איז זי מער נישט דורך דער הבטחה; ה׳ אבער האט זי אברהמען געשענקט דורך א הבטחה.