24 ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן.
און אויסדרייענדיק זיך צו די תלמידים האט ער געזאגט צו זיי אליין: געבענטשט זענען די אויגן, וועלכע זען, וואס איר זעט;
און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
אברהם, אייער פאטער, האט זיך געפריידט, אז ער זאל זען מיין טאג, און האט געזען, און זיך משמח געווען.
זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.
און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה,