17 און די זיבעציק האבן זיך אומגעקערט מיט פרייד, אזוי צו זאגן: האר, אפילו די בייזע גייסטער זענען אונטערטעניק צו אונדז אין דיין נאמען!
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות;
און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען.
דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל!
און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!
און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן.
און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
נאר ווי די קהלה איז אונטערטעניק צום משיח, אויך אזוי זאלן די פרויען (זיין) צו די מענער אין אלעם.