Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 10:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 10:11
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווער עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און נישט הערן אייערע ווערטער, זאלט איר ארויסגיין פון יענעם הויז אדער יענער שטאט און אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס!


גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי.


וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א שטאט, און זיי וועלן אייך נישט אויפנעמען, זאלט איר ארויסגיין אויף אירע גאסן און זאגן:


און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!


און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי.


ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.


גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:


און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).


און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען.


אבער וועגן ישראל זאגט ער; דעם גאנצן טאג האב איך אויסגעשטרעקט מיינע הענט צו א ווידערשפעניק און אקייגנרעדנדיק פאלק. (ישעיהו סה, ב.)


נאר וואס זאגט זי? דאס ווארט איז נאענט צו דיר, עס איז אין דיין מויל, אין דיין הארצן; דאס הייסט, דאס ווארט פון אמונה, וואס מיר רופן אויס;


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ