76 און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.
איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.
מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא.
ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד;
און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)
איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.
האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך.
איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.
די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג.