75 אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.
אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים, מיר זאלן אים דינען אָן מורא,
לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;
ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.
און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.
ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה.
מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת;
וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,