53 הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל, געדענקענדיק זיין רחמנות,
וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!
אבער וויי צו אייך, די רייכע! ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.
ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע;
שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך.