46 און מרים האט געזאגט:
נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.
כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.)
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך.
און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך;