43 און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר?
און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.
ער אבער האט עס אים פארווערט, זאגנדיק: איך האב נייטיק פון דיר געטובלט צו ווערן אין א מקווה, און דו קומסט צו מיר?
און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב.
ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב.
אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)
צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן!
איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.
האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!
גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;
יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן,