41 און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש,
ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש.
און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען.
און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב.
ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב.
און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
און יהושע/ישוע, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר
און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל,
נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין;
און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט;
איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,