33 און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)
דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם.
און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.
און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן?
אבער דאס באטייט נישט, אז ה׳ס ווארט איז צונישט געווארן. ווארום נישט אלע זענען ישראל, וואס זענען פון ישראל;
און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.
און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
אבער אין באצוג אויף דעם זון: דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט, און א סקעפטער פון יושר איז דער סקעפטער פון דיין קעניגרייך.
און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)