16 און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן.
מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.
און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד,